רשימת שירי חנוכה
 אָ, איר קליינע ליכטעלעך / טעקסט: מ. ראָזענפֿעלד / מוזיק : לעאָ ליאָוו
 אוי, חנוכּה, אוי, חנוכּה / טעקסט: מ. ריוועסמאַן
 אוי, חנוכּה, אוי, חנוכּה / מ. ריוועסמאַן
 איך בין אַ קליינער דריידל / ווערטער: בן אַהרן / מוזיק: מיכל געלבאַרט
 אַכט קליינע בּרידער /
 גוט יום-טוב אייַך, קינדער / ש. צעסלער
 דאָס דריידל /
 דאָס דריידל /
 דאָס דריידל /
 דריי זיך, דריידעלע / חנה מלאָטעק
 דריידל דריי / ל. קיפניס
 העלדן /
 ווען כ'צינד די ליכטלעך אָן / אברהם רייזען [1876 -1953]
 חג חנוכה - תקציר בתמונות /
 חנוכה ,,ברוך אתה'', זינגט דער טאַטע / א. רייזען : מוזיק : ס. גאָלוב
 חנוכה געלט (עיבוד) / שלום עליכם
 לאַטקעס /
 לביבות חנוכה של סבתא / "מאמענט"
 ליכטעלעך /
 מילים הקשורות בחנוכה /
 שירי חנוכה / קישור לאתר לשירי חנוכה
 תרגילים ושירי חנוכה / חומר לימודי


חנוכה איז אַ יידישער יום טובֿ וואָס ווערט אַכט טעג געפֿייערט, פֿון כ"ה כסלו. די מצווה פֿון צינדן אָן חנוכה ליכט איז איינע פֿון די 7 מצוות וואָס חז"ל האָבן מתקן געווען, און דאָס איז דער עיקר מצוות חנוכה. חז"ל האָבן אויך אַוועקגעשטעלט אַז מען זאָל לויבן דעם אייבערשטן פֿאַר די נסים, דורך זאָגן הלל און זאָגן על הנסים אין דאַווענען און אין בענטשן

 

 דער נאָמען

דער נאָמען איז "חנוכה",  דאָס מאַכט חנו-כה, דאָס הייסט די חשמונאים האָבן גערוט פֿון זייער מלחמה מיט די יונים אין פֿינף און צוואַנציק טאָג אין כסלו. אַנדערע זאָגן אַז דעריבער הייסט עס חנוכ"ה : ווייל עס איז ראשי תיבות: חית נרות והלכה כבית הלל, אַז די הלכה בלייַבט ווי בית הלל, וואָס האַלטן אַז מען זאָל צינדן אַכט ליכטלעך בייַם סוף, מען זאָל זייַן מוסיף והולך.

 געווען איז דאָס אין יאָר ג'תקצ"ז ( 165 פֿאַר דער קריסטלעכער צייַט-רעכנונג ), ביַים קריג צווישן די חשמונאים מיט די יוונים, ווען די חשמונאים זיַינען אַריַין אין היכל, האָבן זיי גאָרניט געפֿונען אויסער איין פֿעסעלע מיט אויל וואָס האָט באַנוגנט צו צינדן די מנורה פּונקט אַכט טעג. די סיבה פֿון פֿייַערן דעם נס איז געווען, ווייַל אַכט טעג איז דעמאָלט געווען אַ ציַיט כּדי צו אָנגרייטן ניַיעם בוימל. און לזכר דעם נס פֿירן זיך כלל ישראל צו אָנצינדן אַכט טעג אַכט ליכטעלעך, כדי צו וויַיזן יעדן איבער דעם נס וואָס האָט פּאַסירט.

דער טעם פֿאַרוואָס עס האָט פּאַסירט דער נס אַכט טעג, איז וויבאַלד דאָס פּלאַץ, וואו דער הייליקער בוימל איז געוואָרן געמאַכט, איז געווען ווייט פֿיר טעג פֿונעם בית המקדש.
עס האָט גענומען פֿיר טעג כּדי גיין און פֿיר טעג כּדי צוריק קומען און ברענגען דעם הייליקן בוימל און אין משך פֿון די אַלע אַכט טעג האָט מען גענוצט דעם ערשטן בוימל (רוקח).

אויך ווערט דערמאָנט אַ טעם אַז וויבאַלד אַלע אידן זענען געווען דעמאָלטס בחזקת טמא פֿאַר אַ טויטן מענטש, מען האָט געמוזט וואַרטן זיבען טעג זיך צו רייניקן פֿון ווען מען הייבט אָן, און איין טאָג האָט געדוירט צוגרייטן דעם בוימל, עס אויסצוקווועטשן און אַרויסנעמען ריינעם בוימל (בית יוסף).

 

כיצד מדליקין ?

"נר איש וביתו" – בכל יום משמונת ימי החנוכה די שאיש אחד ידליק נר בעבור כל בני משפחתו.

 

        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 180373

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©
0