רשימת שירי שבועות
  שבֿועות /
 איך שטיי אונטער אַ באָקסערבוים / זשאַמע טעלעסין
 די מעשה פֿון שבֿועות / איידע מאַזע
 דער יום-טובֿ שבועות / נ פרוכטער
 חג שבועות - סרטון /
 לופֿט-בּכּורים / לעווין קיפּניס:"אונטערן פֿייגנבוים"
 נאָך גרינס / אַבֿרהם רייזען
 נעמי זאָגט "גאָט פֿון אַברם" / איציק מאַנגער
 רות קען נישט אַנטשלאָפֿן ווערן / איציק מאַנגער
 שבֿועות / מאָריס ראָזענפֿעלד
 שבֿועות / שמעון פֿרוג
 שבֿועות /


שבֿועות (אַרויסגערעדט: שוויעס) נאָמען פֿון אײנעם פֿון די „שלש רגלים“, פֿון דרײַ ייִדישע ימים–טובֿים: פסח, שבֿועות, סוכות.

דער יום–טובֿ איז אין דעם 6-טן טאָג אין חודש סיון (דאָס איז אין ארץ–ישׂראל, אין חוץ לארץ איז דער יום–טובֿ אויך צומאָרגנס, דעם 7-טן טאָג אין חודש סיון).

דער נאָמען „חג שבֿועות“ איז פֿאַראַן אין חומש (דבֿרים טז) און איז דער טײטש דער יום–טובֿ פֿון די „וואָכנס“, ווײַל ווי  דער חומש שטײט אין ויקרא (כג 15 ) דאַרף מען אָפצײלן 7 וואָכן (49 טעג)
פֿון ערשטן טאָג
עומר „ממחרת השבת“ (פֿון צומאָרגנס פֿון שבת), און דער 50-סטן טאָג איז יום–טובֿ שבֿועות .

אין חומש ווערט אָבער ניט געשטאַנען קלאָר, וואָס מען מײנט „ממחרת השבת“. נאָר די ייִדישע טראַדיציע דערקלערט, אַז דאָס מײנט מען נישט פֿון „צומאָרגנס פֿון שבת“, פֿון זונטיק, נאָר מען מײנט פֿון „צומאָרגנס פֿון פסח“ (מסכת מנחות ס”ה). דאָס איז אײנער פֿון די הויפּט–פּונקטן, אין וועלכע די פּרושים, די טראַדיציאַנעלע ייִדן, וואָס האָלטן פֿון תּורה שבעל פה, אונטערשײדן זיך פֿון אַנדערע ייִדישע סעקטעס, ווי צדוקים, שומרונים, קאַראַיִמער, וועלכע האַלטן, אַז ממחרת השבת מײנט מען פֿון זונטיק, און דעריבער פֿאַלט בײַ זײ שבֿועות שטענדיק אויס אין זונטיק .

אין חומש הײסט דער יום–טובֿ אויך „חג הקציר“ (מסכת שמות כג 16), דאָס הײסט דער יום–טובֿ פֿון שנײַדן תבֿואה, יום הבּיכּורים (במדבר כח 26). דאָס הײסט דער טאָג פֿון דער ערשטער–צײַטיקער תבואה. אין דער משנה און גמרא הײסט ער אויך „עצרת“, און כּדי אים אונטערצושײדן פֿון שמיני עצרת ווערט ער טײל מאָל אָנגערופֿן „עצרת של פּסח“.

אין בית המקדש איז דער יום–טובֿ געפֿײַערט געוואָרן מיט אָנהײבן ברענגען ביכּורים און אויך מיט ברענגען אַחוץ די יום–טובֿ קרבנות אויך צװײ ברויט פֿון נײַער תבֿואה (שתי הלחם).

אין דאַווענען ווערט דער יום-טובֿ אויך אָנגערופֿן „זמן מתן תורתנו“, ווײַל לויט דער ייִדישער טראַדיציע (מסכת שבת פ”ו) איז אין ערשטן טאָג שבֿועות געגעבן געוואָרן צו ייִדן די תורה אויפֿן הר סיני.

מען לײענט דעריבער די תורה פֿון חומש שמות די פרשה פֿון קבלת התורה און עשרת הדברות.

עס איז אויך אַ מנהג צו זאָגן אקדמות און מגילת רות. ווײַל לויט אַ טראַדיציע איז דוד המלך געשטאָרבן אין שבֿועות, און זײַן יחוס ווערט דערצײלט אין מגילת רות. די נאַכט צום ערשטן טאָג שבֿועות איז מען נוהג אויף צו זײַן און צו זאָגן תיקון ליל שבועות, קיצור פֿון תנ"ך, משנה, גמרא, און זוהר.

מילכיקע מאכלים

עס איז אַ מנהג צו עסן מילכיקס שבֿועות. 

        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 180373

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©
0