מרים אולינאָווער, יוסף־שמעון גאָלדשטיין, אַהרן טהאָרן, מאַלאַשי מאַלי, נחמה עפּשטיין, חיים־לייב פֿוקס, יוסף פֿרידענזאָן, הענעך קאָן, רבֿקה קוויאַטקאָווסקי־פּנחסיק, חוה ראָזענפֿאַרב, יצחק ריבֿקינד, ישעיה שפּיגל. ישׂראל ראַבאָן, אַ געבוירענער אין גאָווערטשעוו, וואָס האָט, אָבער, געוווינט אין לאָדזש פֿון 2 יאָר, און יוסף אָקרוטני, אַ געבוירענער אין קוטנע, וואָס האָט לאַנג געוווינט אין לאָדזש און האָט דער הויפּט געשריבן וועגן דער שטאָט.
האַרט לעבן לאָדזש, ממש אויף יענער זײַט שטאָטגרענעץ, זענען דאָ די שטעטלעך
Aleksandrów Łódzki, Konstantinów Łódzki און Zgierz — אויף ייִדיש: אַלעקסאַנדער, קאָסנטין און זגערזש. אַלעקסאַנדער איז געווען דער זיץ פֿון די אַלעקסאַנדער חסידים; קאָסנטין — די געבוירן־שטאָט פֿון די שרײַבער יצחק גוטערמאַן און יוסף זעלקאָוויטש, דער לעצטער — איינער פֿון די צונויפֿשטעלער פֿון דער כראָניק פֿון לאָדזשער געטאָ; זגערזש — די געבוירן־שטאָט פֿון דוד פֿרישמאַן און יהודה עלבערג. אויך אין ליטעמירסק, די היימשטאָט פֿון פּרץ אָפּאָטשינסקי, פֿאַלט דער אַקצענט אויפֿן לעצטן, אַקעגן דעם פּוילישן Lutomiersk; אין אָסמאָלסק, פּויליש Osmólsk, וווּ ס׳איז געבוירן געוואָרן י.־י. טרונק; און אין רידאָמסק, פּויליש Radomsko, די היימשטאָט פֿון שׂרה דזשאַקלין־האַמער.
sh אַנדערע שטעט אין דעם ראַיאָן, דאָס מאָל — מיטן אַקצענט אויפֿן ערשטן טראַף: אָזערקעוו, פּויליש Ozorków, פֿון וואַנעט ס׳האָבן געשטאַמט דער פּאָעט משה וואַלדמאַן, דער צונויפֿשטעלער פֿונעם ייִדישן טעאַטער־לעקסיקאָן זלמן זילבערצווײַג און דער קאָמפּאָזיטאָר און מוזיק־לערער מיכל געלבאַרט; פּעטריקעוו, פּויליש Piotrków Trybunalski, די היימשטאָט פֿון דער פּאָעטעסע הינדע זאַרעצקי, דעם הומאָריסט דער לעבעדיקער (חיים גוטמאַן) און דעם זינגער סימאָר רעכטצײַט; בעלכעטעוו, פּויליש Bełchatów, וווּ ס׳איז געבוירן געוואָרן משה יאַנאָווסקי; טאָמעשעוו, פּויליש Tomaszów Mazowiecki, די געבוירן־שטאָט פֿון משה דלוזשנאָווסקי און ברוך שעפֿנער; און לענטשיץ, פּויליש Łęczyca, פֿון וואַנעט ס׳האָט געשטאַמט שׂמחה־בונעם שאַיעוויטש, אַ פֿרומער בחור וואָס איז געוואָרן אַ ייִדישער פּאָעט, געלעבט אין לאָדזשער געטאָ און אומגעקומען אין אוישוויץ.

        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 180375

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©
0