צבֿי אײַזנמאַן [1920-1915] יידישער נאָװעלע. ער איז גע װ ען פֿון די לעצטע דערצויגלינגען פון די ציש"אָ-שולן אין פּוילן פֿון פֿאַרן חורבן. דאָרט, אין דער באָראָכאָ װ -שולע, האָט ער באקומען זײַן יידיש-וועלטלעכע דערציִוּנג און די איינגעליבטקייט אין יידישן לשון. געבוירן אין יאָר 1920 אין װ אַרשע, האָט ער די מלחמה‾יאָרן אַדורכגעמאַכט װי אַ פּליט אין רוסלאַנד, צװײ יאָר געװען אין די פּליטים-לאַגערן אין ציפּערן און אין 1947 אײַנגעװאַנדערט פֿון איטאַליע קײן ארץ-ישראל. דאָ האָט ער זיך באַזעצט צוערשט אין קיבוץ יגור, דערנאָך אין אַלונים און געאַרבעט אין שכנותדיקן בית לוחמי ההגיטאות (קיבוץ פֿון די געטאָ-קעמפֿער). געווען איינער פֿון די גרינדער פֿון דער יידישער שרײַבער-גרופּע „יונג־ישׂראל ‟, וואָס זייער גײַסטיקער פֿאָטער און וועגווײַזער איז געווען אַבֿרהם סוצקעווער. אין עלטער פֿון 94 יאָר איז אין דער עלטער-היים פון קיבוץ אלונים געשטאָרבן דער שרײַבער צבֿי אײַזנמאַן, באַקאַנט װ י דער מײַסטער פֿון דער קורצער יידישער נאָװעלע. ער איז געװען פֿון די לעצטע דערצויגלינגען פון די ציש"אָ-שולן אין פּוילן פֿון פֿאַרן חורבן. דאָרט, אין דער באָראָכאָװ -שולע, האָט ער באקומען זײַן יידיש-וועלטלעכע דערציִוּנג און די איינגעליבטקייטן אין יידישן לשון ברענגענדיק די ידיעה וועגן צבי אײַזנמאַנס טויט אין "פֿאָרװערטס" פֿון 13-טן פֿעברואַר 1915, . שרײַבט דער רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער : אין משך פֿון זײַן לאַנגן ליטעראַרישן וועג האָט צבֿי אײַזנמאַן געשאַפֿן זײַן אייגנאַרטיקן נוסח, וואָס כ‘וואָלט אָנגערופֿן, עלעגישע נאָוועלע - קליין אין פֿאַרנעם און טיף אין אינהאַלט. אָנגעהויבן מיט שרײַבן לידער (דעביוטירט אין "נײַװ עלט"), האָט ער זײַנע פּאָעטישע פֿליגלען ברייט צעשפּרייט איבער זײַנע קורצע פּאָעטישע דערציילונגען, װאָס האָבן זיך געדרוקט אין "די גאָלדענע קייט'',לעבנס-פֿראַגן", אין ת"א, אין "די צוקונפֿט",נ"י, און אין דעם רוב יידישע ליטעראַרישע פּובליקאַציעס אויף דער וועלט" אין יאָר 1980 איז ער באַלוינט געװאָרן מיט דער איציק מאַנגער-פּרעמיע. פֿון צװישן זײַנע פֿיל צאָליקע קורצע דערציילונגען ציטירן מיר די ערשטע שורות פֿון זײַן טיף דורנמעימעינדיקער איכה'- נאָװעלע "דער גענשער בית עולם": װילסטו זיך טרעפֿן מיט י יִ דן - גײ אויפן גענשער בית-עולם. "... ווילסטו ז ײַ ן מיט י יִ דן - לאָז זיך צום גענשער בית-עולם. װילסטו זיך פֿרײען מיט י יִ דן - נאָר אויפֿן גענשער בית-עולם. װילסטו זיך אויסטענהן מיט י יִ דן, אויסװײנען זיך פֿאַר י יִ דן - צום בעסטן אויפֿן גענשער בית עולם. דאָס לעבעדיקסטע אָרט װוּ י יִ דן שטײען אין אַ געבענטשטער ענגשאַפֿט - איז אויפֿן גענשער בית-עולם"... "קיין מזל־ברכה ווי אַ ייִדישער מחבר - שרײַבט סאַנדלער - האָט אײַזנמאַן אין ישׂראל נישט געהאַט; אָבער זיך קיין מאָל נישט אונטערגעגעבן דעם ביטערן גורל פֿון זײַן אַ ייִדישער שרײַבער אין אַ לאַנד פֿון ייִדן; אָן פּשרות צו זיך און צום אַרום האָט ער זיך עקשנותדיק געדראַפּעט אויף די שטומע ווענט פֿון גלײַכגילט צו זײַן מאַמע־ לשון.
        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 186417

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©
0