מאָלאָדאָווסקי קאַדיע

איר לעבן און שאַפֿן: 1975-1894

ד"ר לאה איילון

דאַטע: סעפּטעמבער - אַקטאָבער ,2011  "לעבנס-פֿראַגן", נומ' 707-708

 

 

קאַדיע מאָלאָדאָװסקי געהערט צו די פּאָפּולערסטע צװישן די פֿרויען דיכטערינס אין דער ייִדישער ליטעראַטור. לויט אירע ערשטע שפּראַכלעכע נטיות האָט זי געזאָלט ווערן אַ העברעיִשע דיכטערין - און זי איז טאַקע באַקאַנט אין דער העברעיִשער ליטעראַטור, דער עיקר אין דער קינדער־ליטעראַטור, אָבער די מערסטע אירע העברעיִשע לידער זייַנען געווען איבערגעזעצט פֿון ייִדיש.

העברעיִש איז געווען די ערשטע שפּראַך וואָס זי האָט געלערנט אינעם לערער־סעמינאַר אין וואַרשע וווּהין זי איז אָנגעקומען פֿון איר געבוירן־שטאָט קאַרטוז־בערעזע ווי אַ מיידל פֿון צוואַנציק יאָר. דעם סעמינאַר האָט געגרינדעט דער דיכטער און שרײַבער פֿון קינדער־ליטעראַטור יחיאל האַלפּערין, וועלכער איז געווען איר העברעיִשער לערער.

דער ערשטער העברעיִשער לערער איז אָבער געװען, װי עס שרײַבט י. יאַנאַסאָװיטש, איר פֿאָטער דער מלמד, בײַ װעמען זי האָט געלערנט חומש און גמרא צוזאַמען מיט זײַנע תּלמידים. אינעם סעמינאַר איז העברעיִש געווען די אומגאַנגשפּראַך פֿון אַלע קעגנשטאַנדן. אויך יעקבֿ פֿיכמאַן, הלל צייטלין און יעקבֿ לערנער זײַנען געווען קאַדיעס לערער. װי אַ תּלמידה אינעם לערער־סעמינאַר האָט זי גלײַכצײַטיק אויך געאַרבעט אינעם ייִדישן קינדער־גאָרטן, װעלכן יחיאל האַלפּערין האָט געגרינדעט אין וואַרשע מיט פֿינף יאָר פֿריִער, אין 1909.

בּעת דער ערשטער װעלט־מלחמה האָט האַלפּערין אַריבערגעפֿירט דעם לערער־סעמינאַר קײן אָדעס. דאָרט זײַנען אירע העברעיִשע לערער געװען ח. נ. ביאַליק, יוסף קלויזנער, שאול טשערניכאָװסקי און יעקבֿ פיכמאַן, און אין אָדעס איז קאַדיע געװאָרן אַ לערערין. דאָרט האָט זי אויך אַרויסגעגעבן אירע ערשטע לידער. דער עיקר קינדערלידער. זי האָט געאַרבעט מיט אָרעמע און הײמלאָזע קינדער. פֿאַר זיי האָט זי שוין אָבער געשריבן אויף ייִדיש אירע הומאָרפֿולע לידער, כּדי די קינדער צו דערפֿרײען.

אַ סך פֿון אירע קינדערלידער זײַנען געוואָרן איבער־ געזעצט אויף העברעיִש, װי למשל: אָלקע מיט דער בלויער פּאַראַסאָלקע, פּאַנטל מיטן מאַנטל, מאַרציפּאַנעס, עפֿנט דעם טויער, א"אַנד. לײַכט און שפּילעוודיק זײַנען אירע קינדערלידער, פֿול מיט הומאָר און פֿרייד, פֿול מיט שילדערונגען פֿון פֿרילינג און נאַטור. דאָך קאָן מען אָבער פֿילן אַן אומעט וואָס שוועבט צווישן די ווערטער. אין |דעם קינדערליד "בײַנאַכטיקע געסט", שרײַבט זי:

..."און אַ ציג איז געקומען, דאָס בערדל פֿאַרשפּיצט,

געקלאַפּט מיט די קלאָען, מיט די הערנער געקריצט.

- קום אַרײַן ציגל־מיגל, קורצע בערדל, מילך אין קריגל.

דײַן ליד נאָך ביז הײַנט מאַכט מײַן בעט פֿאַר אַ וויגל.

קום אַרײַן, זײַ מײַן גאַסט, זײַ געערט,

ס'איז אונדז ביידן אַ מלמדישע דאָליע באַשערט...

אָבער דאָס שטיפֿערישע ליד ענדיקט זיך מיט אַן אַנדער געמיט, מיט טרערן:

"איז די נאַכט געווען פֿינצטער, אַזוי פֿינצטער אַזש בלינד.

און מײַן דיל איז געווען אַזוי האַרט ווי אַ שטיין,

און פֿון יענער זײַט טיר איז געשטאַנען דער מענטש,

און פֿון יענער זײַט טיר כ'האָב דערהערט אַ געוויין".

יעקבֿ פֿיכמאַן דער פּאָעט, וואָס איז געווען יאָרן לאַנג באַקאַנט מיט קאַדיען נאָך פֿון וואַרשע, דערציילט וועגן איר:..." קאַדיע איז געווען אַ יונג און אַ מאָגער מיידל, פֿול מיט חן און ליבע צו די ייִדישע קינדער. זי האָט זיי דערציילט און געזונגען וועגן די ייִדישע ימים־ט וֹ בֿים, און די ייִדישע העלדן. אָבער ניט שטענדיק האָט איר פּנים געשײַנט מיט פֿרייד. ווען זי פֿלעגט אַדורכגיין דורך די אָרעמע געסלעך פֿון אָדעס, און זעענדיק די אָפּגעלאָזענע אָרעמע, אומעטיקע קינדער, פֿלעגן אירע אויגן זיך אָנפֿילן מיט טרערן, און איר האַרץ האָט געװײטיקט.

"איך האָב זי באַגעגנט" - דערציילט ווײַטער יעקבֿ פֿיכמאַן - "נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה אין וואַרשע. דאַן איז קאַדיע שוין געווען אַ באַוווּסטע דיכטערין. אירע לידער אָבער זײַנען געווען פֿול מיט אומעט און טרויער. איר לעבן אין וואַרשע איז געווען שווער. נאָר אַרײַנגייענדיק אין שולע און דערזעענדיק די בלאַסע פּנימער און די צעריסענע קליידער פֿון די קינדער, פֿלעגט זי טאָן וואָס מעגלעך כּדי אַרויסצושעפּן פֿון איר נשמה יעדן טראָפּן שׂימחה און ברענגען די קינדער פֿרײד און זען אַ שמייכל אויף זייערע ליפּן. און אַזוי האָט זי די נויט און די אָרעמקייט באַװירצט מיט אַ מין צינישן הומאָר אין אַ טײל פֿון אירע קינדער ־ לידער... ווײַל דאָס איז דער כּ וֹ ח פֿון דער פּאָעזיע - אַרײַנשײַנען זונשטראַלן אין אַ פֿינצטערן קעלער".

װי עס דערצײלט י. יאַנאַסאָװיטש, האָט קאַדיע אין די אָנהייב צװאַנציקער יאָרן, עטלעכע יאָר געלעבט אין קיִעװ אין דער סבֿיבֿה פֿון דער ייִדישער שרײַבער־גרופּע, און איז פֿון דאָרט אַװעק קײן װאַרשע און געװאָרן אַ לערערין אין די ייִדיש־װעלטלעכע שולן פֿון ציש"אָ. אין 1935 פֿאַרלאָזט די דיכטערין פּוילן צוליב איר שווערער מאַטעריעלער לאַגע, און פֿאָרט אַוועק קיין ניו־יאָרק מיט איר מאַן שׂמחה לעוו. זי קומט אַהין שוין װי אַ באַוווּסטע דיכטערין.אונטער דער השפּעה פֿון איר פֿרײַנדין רחל קאָרן װערט קאַדיע מאָלאָדאָװסקי אין משך פֿון 14 יאָר, פֿון 1960 ביז 1974, די רעדאַקטאָרין פֿון דער צײַטשריפֿט"סבֿיבֿה". אין אַ בריוו צו רחל קאָרן קאָן מען הערן ווי אַזוי די שרײַבער און דיכטער מענער האָבן זיך באַצויגן צו איר װי אַ פֿרוי אַ דיכטערין, און גאָר באַזודערס קריטיקירט זי באַשעװיסן. "מיר זײַנען מ וֹ חל זייער כיטרעקייט. דאָס האָט נישט קיין באַדײַטונג. דאָס איז ווי אַ קניפּ, וואָס אַ דערוואַקסענער גיט אַ קינד אין בעקל. דאָס איז דער אײַנשטעל צו פֿרויען שעפֿערינס..."

קאַדיע מאָלאָדאָווסקי לעבט שווער איבער די ידיעות, װאָס קומען אָן קיין ניו-יאָרק װעגן דעם חורבּן פֿון פּוילישן ייִדנטום. באַזונדערס די ידיעות װעגן דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. אין אַפּריל 1943 שרײַבט זי: "...די ביטערע שמועות װעגן דעם חורבּן פֿון פּוילן זײַנען דערגאַנגען אַהער. פֿון שרעק און גרויל האָב איך אָנגעהויבן ברעכן מײַנע פֿינגער. איין פֿינגער פֿון האַנט האָב איך צעבראָכן און געמוזט אָפּערירן"... זי דערציילט אַז אַ לאַנגע צײַט האָט זי נישט געקענט שרײַבן, איר האַרץ האָט געװײטיקט.

אין 1945 איז אַרויס איר פּאָעזיע-בוך א"נ "דער מלך דוד אַליין איז געבליבן". אין איר אויטאָביאָגראַפֿיע דערציילט קאַדיע פֿאַר וואָס זי האָט אָנגערופֿן איר בוך מיט דעם נאָמען:..." איך האָב געזען פֿאַר מײַנע אויגן אָן אויפֿהער אַ ייִדישע וועלט וואָס גייט אונטער, ייִדישע שטעט ווערן איבערגעקערט, און וווּ נאָר איך האָב געקוקט, האָב איך געזען חורבּן און טרויער". דאָס בוך רופֿט זיך אַזוי ווײַל דוד המלך איז פֿאַרבליבן אַליין, איינזאַם, ווײַל זײַן פֿאָלק עקזיסטירט ניט מער און אויף זײַן קאָפּ טראָגט ער אַ טרויער־ קרוין..." און טאַקע, אַלע לידער אין דעם בוך זײַנען קלאָג- לידער.

אין 1949 גייט אַרויס קאַדיעס דראַמע א"נ "נאָכן גאָט פֿון מידבּר". דאָס איז אַ היסטאָרישע דראַמע פֿון ייִדישן לעבן אין 16טן יאָרהונדערט. די הויפּטהעלדין פֿון דער דראַמע איז דאָנאַ גראַציאַ, אַ רײַכע ייִדישע פֿרוי, וואָס האָט באַקומען די דערלויבעניש פֿון דעם טערקישן סולטאַן אויפֿצובויען די שטאָט טבֿריה. די דראַמע איז פֿאַרעפֿנט־ לעכט געוואָרן דורך דעם פֿאַרלאַג "פּאַפּירענע בריק", וואָס האָט געהערט צו קאַדיען מיט איר מאַן.

אין ישׂראל. אין אַ בריוו צו רחל קאָרן פֿון דעם 15טן אויגוסט 1966 שרײַבט מאָלאָדאָװסקי:..."דאָס איז ניט אַזאַ פּשוטע זאַך. אין הויכפּונקט פֿון אונדזער פּעקל צרות געפֿינט זיך אַ וואַנט וואָס שווער איז געווען די לאַגע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און פֿון דער ייִדישער שפּראַך, דער עיקר צעשיידט צווישן די ביידע שפּראַכן, ייִדיש און העברעיִש. מע קאָן מיט דעם ניט משלים זײַן. מיט אָנדערטהאַלבן יאָרצענ־ דליק פֿריִער, זײַענדיק אין ישׂראל אין 1950 ביז 1952, איז קאַדיע געווען די רעדאַקטאָרין פֿונעם זשורנאַל "היים", אַרויסגעגעבן דורך דער פֿרויען־אָרגאַניזאַציע פֿון דער הסתּדרותּ. אין ישׂראל האָט זי פֿאַרענדיקט איר פּאָעזיע־ בוך "אין לאַנד פֿון מײַן געביין. די לידער אין דעם בוך זײַנען עלעגישע און אומעטיקע. אין אַ בריוו צו רחל קאָרן דערקלערט קאַדיע דעם מקור פֿון אומעט אין אירע שאַפֿונגען:..."איך וויל שטענדיק אַז מײַנע ווערק און בריוו זאָלן זײַן פֿריילעכע, אָבער זיי פֿאָלגן מיך ניט. ווען איך נעם די פּען אין דער האַנט און כ'וויל זי זאָל טאַנצן, הײבט זי אָן צו זאָגן איכה. איך האָב ניט איבער איר קיין שליטה..."

װעגן דעם געמיט-צושטאַנד פֿון דער דיכטערין און איר צוגאַנג צו געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען לערנען מיר נישט נאָר פֿון אירע לידער און פּאָעמעס, נאָר אויך פֿון אירע אויפֿגעזאַמלטע בריװ. אין יאָר 1966, װען נעלי זאַקס - אַ ייִדישע שרײַבערין, וואָס האָט אַלע אירע ווערק געשריבן אין דײַטשיש - האָט באַקומען דעם נאָבעל-פּרײַז, שרײַבט קאַדיע: "אין דער צײַט ווען די העברעיִשע און ייִדישע ליטעראַטור דיסקוסירן צווישן זיך אַרום ווער וועט פֿריִער באַקומען דעם נאָבעל־פּריז, איז דאַן אויסגעקליבן געװאָרן אַ ייִדישע דיכטערין וואָס שרײַבט גאָר דײַטשיש. ווי אַ שד װאָלט זיך געהאַט באַהאַלטן אונטער די קליידער פֿון די ריכטער און האָט אַרויסגעשטעקט צו אַלע ייִדן אַ רויטע צונג..."

אין 1965 דערשײַנט קאַדיעס בוך קורצע דערציי לונגען: "פֿון מײַן עלטער-־זיידנס ירושה", װעגן װעלכע עס שרײַבט איר רחל קאָרן:..."די דערציילונג האָט אין זיך די ליכט און די וואַרעמקייט פֿון אַ וווּנדער־מעשׂה. אַלע מומעס און פֿעטערס זײַנען מיר געווען באַקאַנט. דו האָסט זיי געשילדערט מיט אַזאַ קינסטלערישער פּען, אַז זיי שטייען לעבעדיק פֿאַר מײַנע אויגן..."

דאָס ערשטע ליד אין דעם בוך, "דער מלך דוד אַליין איז געבליבן", הייסט אל חנון:

אל חנון, קלײַב אויס אַן אַנדער פֿאָלק דערווײַל,

מיר זײַנען מיד פֿון שטאַרבן און געשטאָרבן,

מיר האָבן ניט קיין תּפֿילות מער,

קלײַב אויס אַן אַנדער פֿאָלק דערווײַל,

מיר האָבן ניט קיין בלוט מער אויף צו זײַן אַ קרבּן,

אַ מידבּר איז געוואָרן אונדזער שטוב,

די ערד איז קאַרג פֿאַר אונדז אויף קבֿרים

נישטאָ קיין קינות מער פֿאַר אונדז,

נישטאָ קיין קלאָגליד אין די אַלטע ספֿרים...

אין אַ סך פֿון אירע לידער אין דעם בוך, ווי אויך אין אַנדערע ביכער, וואָס זײַנען געשריבן געװאָרן נאָכן חורבּן פֿון דער ייִדישער וועלט, דריקט אויס קאַדיע מאָלאָדאָװסקי אַ ליריש התגלות. מע קען פֿילן אין די לידער דעם טיפֿן מהותדיקן קריזיס אין דער אמונה, װי אַן אויסדרוק פֿון דעם מוֹראדיקן נשמה־געראַנגל בײַ ייִדן אין אָנבליק פֿון דעם חורבּן. אין בוך "ליכט פֿון דאָרנבוים" קאָן מען געפֿינען ליבעלידער, פּאָעמעס, באַלאַדעס און לירישע, גײַסטיקע שאַפֿונגען. מע קאָן אין זײ באַמערקן און איבערראַשט ווערן פֿון צענ־ דליקער לידער וואָס עס הערשט אין זיי די נאַכט מיט איר טונקלקייט, די נעפּלען, די שטערן און די בלאַסע לבֿנה־ליכט. עס דוכט זיך אַז מאָלאָדאָװסקי קוקט אויף דער וועלט דורך אַ גרויען טומאַן, און הינטער אים געפֿינט זיך דער סוד פֿון דער נאַטור, פֿון לעבן, פֿון מענטשלעכע געפֿילן, דער סוד פֿון ליבע און פֿון פּײַן, און דער גרעסטער סוד - פֿון גאָט.

די הערשאַפֿט פֿון דער נאַכט איז אַן אויסגאַנג פֿון דעם ייִדישן חורבּן. די ליכט איז געוואָרן פֿאַרלאָשן, אונטערגעגאַנגען, און עס איז געוואָרן "הסתּר פּנים". גאָט האָט זײַן פּנים פֿאַרשטעלט פֿאַר זײַן פֿאָלק, און אַ גראָע, אַ טונקעלע כמאַרע האָט באַדעקט די וועלט. אין דעם ליד "נאַכט" שרײַבט די דיכטערין:

נאַכט, שפּרייט אויס פֿאַר מיר אַ וויגל

ווי פֿאַר אַ קראַנקן אין זײַן שווערסטער שעה,

נאַכט, דעק מיך אײַן מיט דײַן שטילקייט

ווי דעם מידסטן מידן

פֿון דעם אומוואַרף פֿונעם טאָג.

אין אַנדערע לידער הערשן צוזאַמען ליכט און פֿינצטער ניש, נישט נאָר אויף דער וועלט, נאָר אויך אין האַרץ פֿון דער דיכטערין. אין ליד "געבענטשטערמאָרג-־ שטערן" שרײַבט זי:

געבענטשטער מאָרגן-־שטערן, איך שטיי אויף פֿאַר טאָג

צו זען דײַן ערשטע שײַן.

דער וואָלקן פֿון מײַן האַרץ

פֿאַרשטעלט פֿון מיר דײַן ערשטע שײַן .

אין אַן אַנדער ליד מיטן נאָמען, "אַזוי טראַכט איך מיר שבּת צו נאַכט", שרײַבט זי:

וויפֿל מאָל האָסטו פֿאַרזען פֿון די שטערן דעם שײַן

און פֿון ליכטיקע טײַכן דעם זילבערנעם ווײַן?

וויפֿל מאָל האָסטו טרערן פֿאַרשאַכערט אומזיסט,

פֿאַר אַ שמוציקער שטרוי אויף אַ בערגל מיט מיסט?

נעם דעם אומעט - און ווערג זיך,

נעם דעם טרויער - און שווײַג,

וואַרף דעם גאָלדענעם עפּל אַראָפּ פֿון דײַן צווײַג,

אַראָפּ און אַראָפּ אין אַ לעצטן פֿאַרנאַכט -

אַזוי טראַכט איך מיר שבּת צו נאַכט.

און נאָך לידער אין זעלבן בוך וואָס די נאַכט הערשט אין זיי: פֿאַרנאַכט כ'גיי דיך באַגעגענען, ווײַסע נאַכט, פֿרײַטיק אויף דער נאַכט, ס'איז נאַכט, די נאַכט גיט אַ רוף, מײַן מיטן נאַכט, צווישן טאָג און נאַכט, טונקלקייט.

קאַדיע מאָלאָדאװסקיס פּאָעזיע האָט אין זיך מוזיק. אירע לידער מאַכן אַ סך מאָל דעם אײַנדרוק פֿון אַ חלום, און זײ באַהאַלטן אין זיך אַ סוד און אַ וווּנדער. אירע אייגנטימלעכע אויסדרוקן, אָריגינעלע מעטאַפֿאָרן, און אָריגינעלע קאָמבינאַציעס פֿון ווערטער און זאַצן, דערוועקן באַוווּנדער און באַגײַסטערונג.

 

 

        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 180241

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©
0